Kwadrat Legacy Studio Ltd צוריק צום סטודיא

מגילות יוחסין און ספרי יחוס, און דער סדר פון די ארבעט פון די אנהייב ביז׳ן סוף

צוויי סארטן ארבעט גייען ארויס פון אונזער סטודיו. ביידע הייבן זיך אן מיט דורכגיין אלטע ארכיוון און ענדיגן זיך מיט א מייסטערהאפטיגע קונסטווערק, באזירט פאר איין איינציגע משפחה באזונדער. דא ווערט אויסגעשמועסט וואס יעדער סארט אנטהאלט, ווי אזוי דער סדר פון באשטעלן גייט צו פונ׳ם ערשטן שמועס ביז מען באקומט דעם באשטעלונג, און וואס איז ביז אהער אפגעטוען געווארן.

די מגילת יחוס

די מגילה שפרייט אויס די גאנצע יחוס פונ׳ם משפחה אויף אמאל, צו הענגען און צו קוקן. עס ווערט געמאכט פאר א באשטימטן ארט און צייט — א חתונה, א משפחה-זאמלונג, אדער א וואנט אין שטוב — וואו אייערע געסט שטייען דערפאר און מען בארטארגט עס זוכנדיג צו זיי אליינס זענען פילייכט אויך פארבינדן מיט אייערע יחוס .

אויף יעדע זיידע און באבע ווערט פארשריבן זייער געבורטסטאג און דער יארצייט וואו עס איז באקאנט, און דער נומער פונעם דור נעבן יעדן איינעם, אזוי אז דער וואס באטראכט עס זעט מיט איין בליק ווי ווייט צוריק די יחוס קייטלט. דער מגילה ווערט אויסגעשטעלט מיט א גאר פאכמאניש און ארטיסטיש, און ס׳ווערט אפגעדרוקט אויף א מוזעאום-גראד טייערע פאפיער, וואס האלט זיך פאר יארן לאנג.

דער ספר יחוס

א ספר איז נישט פאר קיין אויסשטעלונכ נאר ליבערשט צו קענען טיעפער מעיין זיין אין די איינצלהייטן פונ׳ם סדר היחס: א קאלירטע ספר געבינדען מיט א הארטן דעקיל, וואס ליגט אין שאַנק אדער אויפן פאליצע, מען עפנט עס פון צייט צו צייט, אדער פרעזענטירט מען עס פאר אינטערעסירטע געסט. עס טראגט דעם זעלבן יחוס ווי די מגילה, מיט די זעלבע דאטומען און נומערן פון די דורות, און דערנאך אלעס וואס אויף א מגילה איז נישטא קיין ארט פאר דעם.

דאס הייסט: פולע הגהות והערות וואס צייגן אן די מקורות און מראי מקומות פון יערער איינצלהייט, און א לשון הקודש'דיגע איבערזעצונג פון די מאטריקאלן אויף וועלכע די יחוס איז באזירט — פנקסים הקהלות, געבורטן, הייראט, און טויט׳ס שיינען, רעזידענטן ליסטעס אדער צענזוסן.

אויב די משפחה וויל עס, קען דער ספר אויך אנטהאלטן מפתחות לויט נעמען, פאמיליע-נעמען, ספרים, יארצייטן און שטעט; א באזונדערע אפטיילונג מיט די העתקים פון די ארכיוו-דאקומענטן גופא, צוזאמען מיט פארטרעטן פון די משפחה און בילדער פון מצבות; ווי אויך א שיינע לעדערנע איינבינדונג.

סדר ההזמנה

  1. זאמלונג פון אינפארמיצעא. א טעלעפאנישע שמועס צו פארשטיין דעם משפחה, דאס געוואונטשענע ווערק, און וואס פאר א חומר ליגט שוין ביי זיי אין די הענט. עס זענען דא משפחות וואס קומען שוין מיט א סאך חומר און ספרי יחוס בידם; און אנדערע קומען בלויז מיט דעם זיידנ׳ס נאמען און זיין שטאט.
  2. שאצונג. מען פראבירט משער צו זיין לויט די ידיעות, די היקף פונ׳ם ענדגילטיגן בוים און אויף דעם דאל פון שעות וואס מען וועט דארפן אריינלייגן עס צו פארענדיגן צו זיין.
  3. פארשונג. דאס איז די עיקר ארבעט. אין דעם גאנג קען מען בעטן ווייטערדיגע פרטים, און חשוב'ע געפינסן ווערן איבערגעגעבן פאר די קליענט.
  4. דרוקר. ווען די פארשונגן איז פארענדיגט, ווערט אפגעמאכט די אויסשטעל — צי א מגילה, צי א ספר, אדער ביידע אינאיינעם — און פון דארט גייט עס דורך מסדר זיין דיידיעות, אויסשטעל פלאן, קארעקטן, און דרוקן.

וואו עס פעלט אויס א ספעציעלע פארשער צו משלים זיין די יחוס — א געוויסער ארכיוו וכדומה — קען מען צוציען אנדערע פארשער אלס אן עקסטרא סערוויס.

פאר-פארשונג

עס זענען דא משפחות וואס מען קען נישט משער זיין זייער יחוס אן א אויספירליגע פארשונג: מען האט נאך נישט אין די הענט גארנישט צו קענען זאגן ווי גרויס דער יחוס וועט זיין אדער ביז וועלכן דור ער וועט אנקומען. אין אזעלכע פאלן ווערט די פארשונג געטאן חלק כפי חלק. נאך יעדן חלק ווערן די געפינסן איבערגעגעבן פאר די בעלים און מען גיט אן עצה טובא אויב עס לוינט זיך ווייטער ממשיך צו זיין.

די פירעון איז פאר דעם זמן און עמל פון דעם אומן און מומחה. עס איז נישט קיין הבטחה אז א געוויסע חוליה וועט זיך געפינען — און קיין ערליכער חוקר וועט דאס נישט מבטיח זיין. וואו מען גייט ווייטער צו א פולע הזמנה, ווערן די געפינסן דער יסוד און שורש וואס פארמירט דעם פארנעם און בנין.

וועגן די מקורות און דער סמך

נאר ערשטהאנטיגע און מוסמך'דיגע מקורות וואו זיי זענען פאראן; און ספרים וכתבים מוסמכים וואו עס פעלט אויס. א זאך וואס איז נישט נתברר געווארן כראוי און האט נישט קיין סמך איתן — גייט גארנישט אריין אין די מלאכה: נישט אלס א הערה, נישט מתחת לקו, און נישט אלס א מסורה בעל פה וואס מען שרייבט ווי א פאקט. אן אילן איז נישט ווערט מער ווי די מקורות אונטער אים זענען ווערט, און א מגילה וואס הענגט ביי א חתונה וועט געלייענט ווערן דורך אנדערע בקיאים וואס קענען די יחוס המשפחה.

סיום

יעדער חפץ און ווערק ווערט באזונדער אנאליזירט, אויסגעפארשט, און אויסגעשטעלט לויט דעם גוף החומר, עומק הדרישה, המתכונת און דעם גימור — און עס ווערט געמאכט אלס איין איינציגע יצירה שאין לה שני. אלעס בלויז בתיאום מראש; יעדע פנייה ווערט איבערגעקוקט און באטראכט בכובד ראש און באופן אישי.

Works by Kwadrat Legacy Studio

Lineage scrolls — מגילת יוחסין

Yichus sefarim — ספר יחוס

Photographs of finished works

Film

Works by Rabbi Yossef Nechemya Kwadrat — also written Yossef Nechemia Kwadrat, Yossef Nechemya Quadrat and Yossef Nechemia Quadrat; ר׳ יוסף נחמיה הכהן קוואדראט — of Kwadrat Legacy Studio Ltd, London.

יעדער חפץ און ווערק ווערט באזונדער אנאליזירט, אויסגעפארשט, און אויסגעשטעלט לויט דעם גוף החומר, עומק הדרישה, המתכונת און דעם גימור — און עס ווערט געמאכט אלס איין איינציגע יצירה שאין לה שני. אלעס בלויז בתיאום מראש; יעדע פנייה ווערט איבערגעקוקט און באטראכט בכובד ראש און באופן אישי. Kwadrat Legacy Studio Limited · registered in England and Wales, company number 16606965